37 און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים;
דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן.
ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.
צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.
און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.
בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי.
כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט: אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה? און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט דער ארעם פון האר (ה׳)? (ישעיהו נג, א.)
אויב איך וואלט נישט געטאן צווישן זיי די מעשים, וואס קיין אנדערער האט נישט געטאן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי געזען (די דאזיקע) און האבן מיך דאך פיינט און דעם פאטער מיינעם.
דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע.