Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 12:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 12:28
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!


יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר.


און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!


ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען!


און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!


און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.


און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און עס איז ארויסגעקומען א קול פון דעם וואלקן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער איז מיין זון, דער אויסדערוויילטער, אים זאלט איר הערן!


און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר.


יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?


האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים.


כדי צו ווייזן אין די קומענדיקע וועלטצייטן די שפע פון דער עשירות פון זיין חסד אין גוטסקייט לגבי אונדז אינם משיח יהושע/ישוע:


כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳,


צו אים זאל זיין כבוד אין דער קהלה און אינם משיח יהושע/ישוע לדור דור לעלמי עולמים. אמן.


ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ