23 יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן.
ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;
דאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים!
און ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין.
און ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין.
דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.
איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
דאס דאזיקע אבער האט ער געזאגט וועגן דעם רוח (הקודש), וואס די מאמינים אין אים, האבן געזאלט מקבל זיין; ווארום דער גייסט איז נאך נישט געהאט געגעבן געווארן, ווייל יהושע/ישוע איז נאך נישט געווען פארהערלעכט.