11 ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען.
און איך האב געוואוסט, אז דו הערסט מיך תמיד; נאר צוליב דעם המון, וואס שטייט ארום, האב איך עס געזאגט, כדי זיי זאלן גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.
און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים.
אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק.
די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן;
צוליב דעם טאקע איז דער עולם אים אנטקעגנגעגאנגען, ווייל זיי האבן געהערט, אז ער האט געטאן דאס דאזיקע נס.
דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;
און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן?
און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.