1 און זעקס טעג פאר פסח איז יהושע/ישוע געקומען קיין בית‑היני, וואו אלעזר איז געווען, וועמען יהושע/ישוע האט אויפגעוועקט פון די טויטע.
און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט.
און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף.
און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט.
און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,
און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.
און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס.
און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן.
צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים,
און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב;
און א גרויסער המון יידן האט זיך דערוואוסט, אז ער געפינט זיך דארטן; און זיי זענען געקומען נישט בלויז צוליב יהושען/ישוען, נאר אויך כדי צו זען אלעזרן, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע.