9 האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט.
ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.
מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.
ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מיכשול איז אין אים נישט פאראן.