55 און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן.
און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:
איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.
און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח.
און זעקס טעג פאר פסח איז יהושע/ישוע געקומען קיין בית‑היני, וואו אלעזר איז געווען, וועמען יהושע/ישוע האט אויפגעוועקט פון די טויטע.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.
און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער.
נאך דעם איז געווען א יידישער יום טוב, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
און עס איז געווען נאענט צום יידישן יום טוב פסח.
נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה.
פוילוס האט דעמאלט גענומען די מענער, האט זיך גערייניקט מיט זיי דעם אנדערן טאג, און איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין, און געלאזט וויסן די דערפילונג פון די טעג פון רייניקונג, ביז עס זאל געברענגט ווערן דאס קרבן פאר יעדן איינעם פון זיי.
מיט וועלכע זיי האבן מיך געפונען, נאך דעם ווי איך האב מיך געהייליקט אינם בית המקדש, נישט מיט קיין המון מענטשן און נישט מיט קיין געטומל; נאר עס זענען דא אייניקע יידן פון (קליין) אזיען,
נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס.
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.