53 און פון יענעם טאג אָן האבן זיי זיך באראטן, אים צו טייטן.
די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן.
און זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן.
און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן;
און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים!
די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן;
און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.
און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן.
און ווען עס זענען פארביי א סך טעג, האבן די יידן זיך באראטן אים אומצוברענגען;