52 און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.
אדער וועלכע פרוי, וואס האט צען דראכמעס, ווען זי פארלירט איין דראכמע, צינדט נישט אָן א ליכט, און קערט אויס דאס הויז, און זוכט מיט פלייס, ביז זי געפינט זי?
א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)
וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:
צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)
און אנדערע שאף האב איך, וואס זענען נישט פון דעם דאזיקן הויף; זיי מוז איך אויך פירן, און זיי וועלן הערן מיין קול; און עס וועט ווערן איין סטאדע, איין פאסטוך.
און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר.
ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט.
צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם;
ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון,
לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן;
יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!
פעטרוס, א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די אויסדערוויילטע תושבים אין די תפוצות פון פאנטוס, גאלאטיען, קאפאדאציען, אזיען (קליין) און ביטיניען,
און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.
געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.
און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,