51 דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.);
גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.
נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט,
און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר.
און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.
ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)
וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.
ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט;
און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.