50 און בארעכנט אפילו נישט, אז עס טויג פאר אייך, אז איין מענטש זאל שטארבן פארן פאלק, און דאס גאנצע פאלק זאל נישט פארלוירן גיין.
און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין.
און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,
אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק.
און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק.
פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.
און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט.