אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער.
דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן.