39 זאגט יהושע/ישוע: נעמט אוועק דעם שטיין. זאגט מרתא, די שוועסטער פון דעם בר מינה, צו אים: האר, ער שטינקט שוין, ווארום ער ליגט שוין פיר טעג.
און האבן געזאגט איינע צו דער אנדערער: ווער וועט אראפקייקלען פאר אונדז דעם שטיין פון דעם אריינגאנג צום קבר?
און אהין קומענדיק, האט יהושע/ישוע אים געפונען שוין ליגן זינט פיר טעג אין קבר.
ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;
ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן מיין נפש אין שאול (תחתית), דו וועסט אויך נישט דערלאזן דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.
צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן?
וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.