38 און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.
און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.
און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.
און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.)
און ער האט טיף געזיפצט אין זיין גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור.
זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר;
און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען,
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.