37 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן?
דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳!
איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז!
און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן.
און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן.