Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 11:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 11:28
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים.


און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך!


און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?


און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים?


דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער).


פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.


פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס.


און ווי מרתא האט געהערט, אז יהושע/ישוע קומט, איז זי אים אנטקייגן געגאנגען; מרים אבער איז געבליבן זיצן אין הויז.


און ווי יענע האט עס געהערט, איז זי גיך אויפגעשטאנען, און געקומען צו אים.


און יהושע/ישוע איז נאך נישט אריינגעגאנגען אין דארף אריין, נאר איז נאך געווען אויף דעם ארט, וואו מרתא האט אים באגעגענט.


איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!)


זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.


טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.


דערפאר זאלט איר אויפהייבן די הענט, וואס הענגען אראפ און די קניען, וואס זענען שוואך געווארן;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ