21 און מרתא האט געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט מיין ברודער נישט געשטארבן.
בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן.
און די מרים איז עס געווען, וואס האט געזאלבט דעם האר מיט טייער זאלב, און אים אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר, וועמעס ברודער אלעזר איז געלעגן קראנק.
די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
און ווי מרים איז אהינגעקומען, וואו יהושע/ישוע איז געווען, און האט אים געזען, איז זי אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, און האט צו אים געזאגט: אויב דו וואלסט דא געווען, וואלט דער ברודער מיינער נישט געשטארבן.
אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: צי האט ער, וואס האט אויפגעעפנט די אויגן פון דעם בלינדן, דען נישט געקענט מאכן, אז אויך דער (אלעזר) זאל נישט שטארבן?