19 און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.
און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט.
אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן!
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.
און די יידן, וואס זענען מיט איר געווען אינם הויז, און האבן זי געטרייסט, זעענדיק, אז מרים האט זיך גיך אויפגעהויבן און איז ארויסגעגאנגען, האבן איר נאכגעפאלגט, מיינענדיק, אז זי גייט צום קבר, כדי דארט צו וויינען.
און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען,
די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט!
און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים.
זאגן די תלמידים צו אים: רבי, איצט האבן די יידן דיך געזוכט צו שטייניקן, און דו גייסט ווידער דארטן אהין?
פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.
וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.
דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.
טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.