18 און בית‑היני איז געווען נאענט צו ירושלים, אן ערך פיפצן אקערפעלד ווייט;
און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט.
און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים.
און עס איז איינער געלעגן קראנק, אלעזר פון בית‑היני, דאס דארף פון מרים און איר שוועסטער מרתא.
און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט.
און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד.
און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך.