14 דעריבער האט יהושע/ישוע דעמאלט צו זיי געזאגט גאנץ אפן: אלעזר איז געשטארבן.
און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים.
און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן.
יהושע/ישוע אבער האט גערעדט וועגן זיין טויט; און זיי האבן געמיינט, אז ער רעדט וועגן דעם רואיקן שלומער פון שלאף.
און איך פריי מיך צוליב אייך, אז איך בין דארטן נישט געווען, כדי איר זאלט גלויבן; נאר לאמיר גיין צו אים.
די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער.
זאגן זיינע תלמידים: זע, איצט רעדסטו אפן, און זאגסט נישט קיין משל.