9 איך בין די טיר; ווער עס וועט אריינגיין דורך מיר, דער וועט געראטעוועט ווערן; און וועט אריינגיין און ארויסגיין, און געפינען פאשע.
באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.
פאר אים עפנט דער שומר; און די שאף הערן זיין קול, און ער רופט זיינע שאף ביים נאמען, און פירט זיי ארויס.
יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער.