8 אלע, וואס זענען געקומען פאר מיר, זענען גנבים און גזלנים; אבער די שאף האבן זיי נישט געהערט.
באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;
א פרעמדן אבער וועלן זיי בשום אופן נישט נאכפאלגן, נאר וועלן אנטלויפן פון אים, ווייל זיי קענען נישט דאס קול פון פרעמדע.
ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן.