39 דעריבער האבן זיי ווידער געזוכט אים צו כאפן, און ער איז ארויס פון זייער האנט.
די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.
זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.
אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים.
זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.