Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 10:38 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

38 אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 10:38
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איך האב אייך שוין געזאגט, און איר גלויבט נישט; די מעשים, וואס איך טו אין מיין פאטערס נאמען, זיי זאגן עדות וועגן מיר.


איך און דער פאטער זענען מיר איינס.


און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר.


אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך.


און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר!


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ