36 זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?
ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.
איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.