32 יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך?
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: איך האב אייך שוין געזאגט, און איר גלויבט נישט; די מעשים, וואס איך טו אין מיין פאטערס נאמען, זיי זאגן עדות וועגן מיר.
האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.
האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט.
אויב איך טו נישט די מעשים פון מיין פאטער, זאלט איר מיר נישט גלויבן.
איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.
ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.
מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,
נישט ווי קין, וועלכער איז געווען פון דעם בייזן און האט געהרגעט זיין ברודער. און פארוואס האט ער אים געהרגעט? ווייל זיינע מעשים זענען געווען בייז, זיין ברודערס (מעשים) אבער זענען געווען גערעכט. (בראשית ד, ד-ח.)