26 נאר איר גלויבט נישט, ווייל איר זענט נישט פון מיינע שאף.
מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;
און ווען ער האט ארויסגעלאזט אלע זיינע אייגענע, גייט ער פארויס פאר זיי, און די שאף פאלגן אים נאך, ווייל זיי קענען זיין קול.
אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.
און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער.
ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳.
מיר זענען פון ה׳; ווער עס קען ה׳, דער הערט אונדז; ווער עס איז נישט פון ה׳, דער הערט אונדז נישט. דורך דער דאזיקער זאך דערקענען מיר דעם גייסט פון אמת און דעם גייסט פון באטרוג.