24 און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן.
און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן?
און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים.
און אזוי ווי דאס פאלק איז געווען אין דערווארטונג, און אלע האבן זיך געפרעגט אין זייערע הערצער וועגן יוחנן, צי איז ער אליין נישט אפשר דער משיח,
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.
האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט.
די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער.
זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: ווער ביסטו דען? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס, וואס איך האב אייך געזאגט פון אנהויב אָן.
ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך?
דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.
האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט,