21 אנדערע האבן געזאגט: דאס זענען נישט די רייד פון א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט. צי קען דען א בייזער גייסט עפענען די אויגן פון בלינדע?
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
עס איז דעמאלט געווען חנוכה אין ירושלים; עס איז געווען ווינטער,
דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים,