Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 10:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 10:1
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף.


יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.


און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.)


ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.


וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.


און קיינער נעמט נישט פאר זיך דעם דאזיקן כבוד, נאר דער, וואס איז בארופן פון ה׳, פונקט ווי אויך עס איז אויך געווען דער פאל מיט אהרנען.


וואס שייך וועלכער ישועה עס האבן חוקר ודורש געווען די נביאים, וואס האבן נבואות געזאגט וועגן דעם חסד (באשטימט) פאר אייערטוועגן;


עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.


און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ