9 דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין.
אויב דעריבער דיין אויג איז געזונט, וועט דיין גאנצער גוף זיין ליכטיק. ווען אבער דיין אויג איז בייז, וועט דיין גאנצער גוף זיין פינסטער. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינסטער, ווי גרויס איז די חושך!
אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.
אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן.
דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים.
איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל.
און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם.
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז.
ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.