7 דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים.
וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:
יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם!
דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין.
האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען.
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם;
וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת.
ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן,
דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.