Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:51 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

51 און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:51
55 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;


דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים;


דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.


און יהושע/ישוע זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.


נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—זאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטן—שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!


און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים;


און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)


און פלוצלונג איז געווען אינאיינעם מיט דעם מלאך א מחנה פון הימלישע חיל וואס האבן געלויבט ה׳ און געזאגט:


און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.


און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט.


פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.)


און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;


און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט,


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען.


באמת, באמת זאג איך אייך; דער, וואס קומט נישט אריין דורך דער טיר אינם הויף פון די שאף, נאר שטייגט אריין דורך ערגעץ אנדערשוואו, יענער איז א גנב און א גזלן.


יהושע/ישוע האט דעריבער ווידער צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איך בין די טיר פון די שאף.


באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט.


ענטפערט יהושע/ישוע: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!


באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער.


באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה.


און אין יענעם טאג וועט איר מיך גארנישט מער פרעגן. באמת, באמת זאג איך אייך: וואס איר וועט נאר בעטן דעם פאטער וועט ער אייך געבן אין מיין נאמען.


באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן.


אויך האט ער אים געגעבן רשות צו טאן משפט, ווייל ער איז דער בר אנש.


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל.


באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך.


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד.


באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.


און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד;


און האט געזאגט: אָט זע איך די הימלען געעפנט און דעם בר אנש שטיין אויף דער רעכטער זייט פון ה׳.


און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט


די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט,


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


און אויף די דאזיקע האט אויך נבואות געזאגט חנוך, דער זיבעטער פון אדם, אזוי צו זאגן: זע, דער האר איז געקומען מיט זיינע צענער טויזנטער קדושים,


און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה.


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ