און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים.
זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען.
פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.