46 און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.
פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;
און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)
און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט?
און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס.
פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.
און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען.
זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז.
קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח?
און ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן?
פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל.
האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.
פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;