Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:42 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

42 ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:42
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אָט די דאזיקע זענען די נעמען פון די צוועלף שליחים: דער ערשטער שמעון, וואס מען האט אים גערופן פעטרוס, און זיין ברודער אנדריי; יעקב בן זבדי, און זיין ברודער יוחנן;


און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס;


און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!


שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי,


נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)


עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער.


און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח.


און אז ער האט זיך באוויזן צו כיפאן; שפעטער צו די צוועלף;


צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך,


צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא.


שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג.


ווען אבער כיפא איז געקומען קיין אנטיאכיען, האב איך מיך אים אקייגנגעשטעלט פנים אל פנים, ווייל ער איז געווען שולדיק.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ