Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:38 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

38 און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:38
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט.


און עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסע מאסן מענטשן, און ער האט זיך אויסגעדרייט, און צו זיי געזאגט:


און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט.


און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז!


און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען.


דער מאן אבער, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, האט אים געבעטן, אז ער זאל בלייבן מיט אים; ער אבער האט אים אוועקגעשיקט, אזוי צו זאגן:


און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען.


זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה.


האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.


און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען.


און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר?


און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת!


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים.


דערווייל האבן אים די תלמידים געבעטן, אזוי צו זאגן: רבי, עס.


און געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען?


און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען?


היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ