37 און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען.
און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם!
און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו?
צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.
אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.
זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.
און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.