Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:34
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.


האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!


און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!


יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!


און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים!


ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער!


און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!


און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!


און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט!


און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין. (תהלים צא, יא.)


און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?


דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער.


און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.


האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.


איך און דער פאטער זענען מיר איינס.


זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?


זאגט זי צו אים: יא, האר, איך גלויב, אז דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, וואס זאל קומען אין דער וועלט אריין.


האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון.


האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים.


אנטשיידן באוויזן אלס דער זון פון דער אויבערשטער מיט מאכט, לויט דעם גייסט פון קדושה דורך דעם אויפשטיין פון די טויטע—יהושע/ישוע המשיח אונדזער האר,


ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים;


אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק.


יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך.


ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.


דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב: דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ