28 דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה.
צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.
און ער איז ווידער אוועק קיין עבר הירדן, צו דעם ארט, וואו יוחנן פלעגט צום ערשט טובל זיין אין דער מקווה, און איז דארט פארבלייבן.
פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם דאזיקן זאלבאייל פאר דריי הונדערט דינרים און געגעבן (דאס געלט) צו ארעמעלייט?
און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה.
און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים.