25 און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?
די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות?
און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד.
און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?