24 און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.
דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, האבן די סופרים און די פרושים אנגעהויבן צוצושטיין צו אים און אים צו שטעלן קשיות איבער מערערע זאכן מיט פארביטערונג;
און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.
די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.
האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?
ווארום די צדוקים זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, נישט קיין מלאך, נישט קיין גייסט; די פרושים אבער זענען מודה אויף ביידע.
און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.