23 האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין?
און די שליחים זענען געווען פון די פרושים.
איר אליין זענט מיינע עדות, אז איך האב געזאגט: איך בין נישט דער משיח, נאר אז איך בין געשיקט געווארן פאר אים.