Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:19
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים.


און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן.


האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.


און א סך יידן זענען ארויסגעקומען צו מרתאן און מרים, כדי זיי מנחם-אבל צו זיין וועגן דעם ברודער זייערן.


די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן?


אזוי האבן די יידן געזאגט: זעקס און פערציק יאר איז דער דאזיקער היכל געבויט געווארן, און דו שטעלסט אים אויף אין דריי טעג?


די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.


איז דער מענטש אוועקגעגאנגען, און האט געזאגט צו די יידן, אז עס איז יהושע/ישוע, וואס האט אים געזונט געמאכט.


און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.


דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.


די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.


די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?


און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.


און די יידן האבן אים געזוכט בשעת דעם יום טוב, און האבן געזאגט: וואו איז ער?


און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט?


די יידן האבן דעריבער געזאגט: נישט וועט ער זיך א מעשה אנטאן? ווייל ער זאגט: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.


די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט?


האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק.


די יידן האבן דעריבער געזאגט צו אים: דו ביסט נאך נישט פיפציק יאר אלט, און האסט שוין געזען אברהמען?


און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס.


האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען.


און דאס דאזיקע איז די שמועה, וואס מיר האבן געהערט פון אים און זאגן אייך אָן, אז ה׳ איז ליכט, און קיין שום חושך איז אין אים נישט פאראן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ