Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:15
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך.


האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער;


דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך.


און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.


און ער איז פאר אלעם, און אלץ האט א קיום אין אים.


יהושע/ישוע המשיח איז דער זעלביקער נעכטן, און היינט, און אויף אייביק.


אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב: דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ