Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 1:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען:

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 1:12
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער, וואס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף; און דער, וואס נעמט מיך אויף, נעמט אויף דעם. וואס האט מיך געשיקט.


און אויף זיין נאמען וועלן די אומות (העולם) האפן. (ישעיהו מב, א-ד.)


און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.


צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.


דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים.


און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.


און בעת ער איז געווען אין ירושלים דעם יום טוב פסח, האבן א סך געגלויבט אין זיין נאמען, זעענדיק די נסים, וואס ער האט געטאן.


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


דער, וואס גלויבט אין אים, ווערט נישט געמשפט; דער, וואס גלויבט נישט, איז שוין געמשפט געווארן, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם נאמען פון דעם בן יחיד פון ה׳.


און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען.


ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.


אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער.


ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.


ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.


און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!


דעריבער, ווי איר האט אנגענומען משיח יהושען/ישוען דעם האר, אזוי זאלט איר לעבט אין אים,


דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג‑טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה.


זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.


דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.


געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ