6 איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.
די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה.
די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען.
איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו.
און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.
וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;
און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע: ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן; און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום, אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;
און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)
איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין?
איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.
און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען?