20 זאלט איר וויסן זיין, אז ווער עס קערט אום א חוטא פון זיין פאלשן וועג, דער איז מציל זיין נפש פונם טויט און וועט פארדעקן א מאסע זינד.
באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.
אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.
ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.
איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע.
גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.
איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.
דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.
דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן.
ברידער מיינע, אויב איינער צווישן אייך וועט פארבלאנדזשען פון דעם אמת, און עמיצער וועט אים אומקערן,
קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)
געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר,