14 איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר;
מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט.
דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.
און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט.
אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.
און פובליוסנס פאטער איז (גראד) געלעגן קראנק אויף א פיבער און דיזענטעריע; צו וועמען פוילוס איז אריינגעגאנגען און מתפלל געווען, און ארויפגעלייגנדיק די הענט אויף אים, האט ער אים געהיילט.
פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;