9 פייניקט זיך און טרויערט און וויינט; זאל אייער געלעכטער פארקערט ווערן צו געוויין, און אייער שמחה צו טרויער.
זאגן זיי צו אים: ער וועט די רשעים אומברענגען אויף א שרעקלעכן אופן, און דעם וויינגארטן פארדינגען צו אנדערע גערטנער, וואס וועלן אים אפגעבן די פירות אין זייערע זמנים.
וואויל איז די טרויערנדיקע; ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.
וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!
וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט, ווייל איר וועט הונגערן. וויי צו אייך, וואס לאכן איצט! ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.